ערשטער חסיד'ישער סידור ווערט ארויסגעשטעלט צום אויספארקויף

איז איבערגעבליבן דערפון וואס געפינען זיך בעיקר אין רבי'שע הויפן בירושה מאבותיהם הקדושים

כתבות נוספות בנושא:

הרמב"ם היומי • ספר קרבנות הלכות תמורה פרק ד' • צפו
הפינה היומית: שתי דקות על כיבוד הורים עם הרב אהרן רוט • צפו
השיעור היומי: הרב דוד חבושה • צפו
הרמב"ם היומי • ספר קרבנות הלכות תמורה • צפו

ירושלים, אין די יעצטיגע טעג ווערט געמאלדן א זעלטענע ליציטאציע וואס וועט פארקומען אין ירושלים דורך די בארימטע קאמפעני 'גנזים' וועלכער רופט ארויס ענטוזיאזם און נייגער פון אנטיק ליבהאבער און זאמלער איבער די וועלט צוליב די אייגנארטיגע כתבי יד און חפצים וואס שטייען צום פארקויף, 'גנזים' האט זיך אין א קורצע צייט ערווארבן א רעפוטאציע פון ארויסשטעלן גאר געלונגענע און אויסערגעווענליכע היסטארישע אוצרות צום פארקויפן, אנטיק זאמלער קוקן ארויס אויף די ליציטאציע און עס הערשט א שטארקע אינטערעס אין בעפארברייטונג צו די ליציטאציע וואס וועט ווערן אפגעהאלטן קומענדיגע דאנערשטאג פ' תבא י"ט אלול הבעל"ט.

אינ'ם בערפארשטייענדן אויספארקויף ווערט ארויסגעשטעלט צום פארקויפן, דער גאנץ ערשטער חסיד'ישער סידור וואס איז געדרוקט געווארן, ווי אויך גייט עס זיין דער ערשטער מאל וואס אזא טייערער און זעלטענער סידור ווערט אויספארקויפט.

די רעדע איז ארום דער הייליגער קבלה סידור ר' שבתי, מהמקובל הנורא מבני היכלא קדישא של מרן הבעש"ט הקדוש זי"ע, וואס פארמאגט די הסכמה פון הייליגן רבי ר' זושא זי"ע, דאס איז איינס פון די סאמע טייערסטע סידורים וואס איז פארהאן, ס'איז געדרוקט געווארן צום ערשט אין קארעץ אין יאר תקנ"ד, געציילטע עקזעמפלארן איז איבערגעבליבן דערפון וואס געפינען זיך בעיקר אין רבי'שע הויפן בירושה מאבותיהם הקדושים, אין דעם דאזיגן סידור איז צום ערשט געדרוקט געווארן כוונות מהבעש"ט הק' ווי עס שטייט קלאר אויפן שער בלאט, אזוי אויך מנהגים און נוסחאות התפלה עפ"י הבעש"ט, ווי 'הודו' עש"ק, כגוונא בקבלת שבת,

נישט אומזיסט האבן די גרויסע חסידי'שע רבי'ס משתוקק געווען דאס צו דרוקן ווי עס שרייבט ר' יוסף משה ממעזריטש אין זיין הסכמה  'סידור האריז"ל מכתיבת ידי של המנוח וכו' איש אלוקי מוהר"ר שבתי זלה"ה מק"ק ראשקוב וכבר שמעתי שרבים מצדיקי דורנו וכו' משתוקקים ומתאווים מתי יזכו לראות את הסידור הנ"ל ובפרט שיש בתוכו כמה חידושים ויחודים ממו"ר אור ישראל בוצינא קדישא מהר"י בעש"ט זלה"ה'. הרה"צ ר' חיים'ל אנטיניער האט פארציילט אז ער האט געזען דעם כתב יד פון סידור וואס איז בטעות אריינגעווארפן געווארן אין פייער אבער ס'איז נישט פארברענט געווארן, און דער צדיק ר' אברהם יעקב מסאדיגורא האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אויפן סידור אז זיין גאנצע חיות איז דערפון און אזוי אין אלע דורות האבן די הייליגע צדיקים תלמידי הבעש"ט הק' געדאוונט און שופך שיח געווען אין דעם הייליגן סידור.

דער ספר איז נאר איינס פון הונדערט פופציג טייערע חפצים פון הייליגע בריוו און ספרים פון די גרעסטע גדולים וואס ווערט ליציטירט. צווישן די הייליגע טייערע ספרים ערשטע דרוקן ווערט באמערקט עטליכע גאר חשוב'ע און זעלטענע ספרים, צווישן זיי אן ערשטע דרוק פון הייליגן ספר 'אור החיים' הקדוש עה"ת געדרוקט דורכ'ן אוה"ח הק' אליינס אין ליוורנו אין יאר תק"ב, אן ערשטער דרוק 'זרע קודש' פון הייליגן ראפשיצער רב, און א גאנצער סעט ישמח משה עה"ת בשלימות אלע בענדער.

צווישן די כתבי ידות צייכנט זיך אויס, א בינטל בריוו פון די צדיקים רבותינו הק' לבית צאנז וסטראפקוב, א חתימה פון טאלטשווער רב דער שווער פון ייטב לב אויף א כתב אין צפת, א הייליגער כתב יד פון הייליגן ר' מאיר'ל פרימישלאנער זי"ע, הרה"ק הנורא בעל עטרת צבי מזידיטשויב זי"ע, ווי אויך א קונטרס תשובות פון גאון בעל שואל ומשיב, א חתימה פון הגאון בעל מחצית השקל אויף א 'ים של שלמה', א בריוו פון הגאון ר' דוד דייטש בעל אהל דוד, א בריוו פון הגאון ר' שמעון סופר אב"ד קראקא א זון פון מרן החתם סופר זי"ע, א תשובה פון ר' שלמה איגר בן הגאון ר' עקיבא איגר, א בריוו פון הגאון בעל פני מבין, און נאך אסאך.

די ליציטאציע וועט פארקומען אין די הויפטקווארטיר פון 'גנזים' אין ירושלים, אבער מען וועט גלייכצייטיג קענען מיטהאלטן אויף זייער וועבזייטל www.genazym.com, און אזוי אויך דורך טעלעפאנישע פארבינדונג US 8455019990 | ISRAEL 072-2572211, 'גנזים' וועט צושטעלן א ברייטע שטאב וואס וועלן פערזענליך ארויסהעלפן יעדען קליענט.

הכתבות המעניינות ביותר

רבבות במעמד סיום המחזור השני של 'הדף היומי בהלכה' של 'דרשו' בארנה • שידור חי
האדמו''ר מסקולען ירושלים במעונו של גאב"ד ירושלים
שמחת הנישואין לבן רב קהל חסידים טבריה ובת אב"ד מאקווא נתניה
המתווה שהוצג לגנץ: אביתר תמורת חומש; בימין תוקפים - "הסכמים יש לכבד"
דוכן העיתונים • כל שערי השבועונים על המסך שלכם
החל מחזור 23 לעידוד כתיבת חידו"ת שע"י ממלכת התורה 'וכתבתם'
מעמד 'כבוד חכמים ינחלו' לאברכי כולל להוראה ויז'ניץ עפולה
הפיצוץ בחתונה: מתקן קונפטי ששולבו בו זיקוקים הביא לפציעתם של הצעירים
המקובל רבי ציון בוארון ערך תפילת שובבי"ם בכולל "זוהר השלום" באשדוד
האדמו"ר מנדבורנה ירושלים במעמד פתיחת הכולל בבית מדרשו בבני ברק
שלג כבד מכסה שוב את החרמון; 20 ס"מ נוספו במפלס התחתון • צפו
עִנְבֵי הַגֶּפֶן בְּעִנְבֵי הַגֶּפֶן • שמחת התנאים לנכדת האדמו"ר מוואסלוי
המאמץ הדיפלומטי: מקרון נפגש תוך 36 שעות עם פוטין, זלנסקי ושולץ
רוסיה תפתח בתרגיל ענק בבלארוס; ארה"ב שולחת אלפי חיילים • צפו
דינר לטובת ישיבת באבוב בני ציון • גלריה
וַיְהִי בֹקֶר יוֹם חֲמִישִׁי • כותרות העיתונים – ט' באדר א' ה'תשפ"ב
גדולי תורה ורבני עולם התשובה באו לאחל מזל טוב בחתונת בת הרב יגאל כהן • גלריה
פריצת דרך בהפקת אנרגיה: כור גרעיני ניסיוני בבריטניה שבר שיאים
0 0 הצבעות
דירוג הכתבה
1 תגובה
ישנות
חדשות המדורגות ביותר
Inline Feedbacks
הצגת כל התגובות

מה אם אלו שלא יודעים אידיש?

מה ברצונך לחפש?

נתקלתם בחדשה מרעישה? ידיעה מעניינת מוזמנים לספר לנו

Hide picture