תכונה רבתית לקראת המכירה הגדולה של גנזים בה יוצעו למכירה גילויים מפתיעים, מכתבי יד ואגרות קודש נדירים

עברית בהמשך הכתבה
'גנזים' מעלדעט, א פרישע ליציטאציע פון טייערע ספרי קודש וכתבי ידות מצדיקים
ירושלים, אין די יעצטיגע טעג ווערט געמאלדן א זעלטענע ליציטאציע וואס וועט פארקומען אין ירושלים דורך די בארימטע קאמפעני 'גנזים' וועלכער רופט ארויס ענטוזיאזם און נייגער פון אנטיק ליבהאבער און זאמלער איבער די וועלט צוליב די אייגנארטיגע כתבי יד און חפצים וואס שטייען צום פארקויף, 'גנזים' האט זיך אין א קורצע צייט ערווארבן א רעפוטאציע ביי די קונים און קאלעקטער אלס די געלונגענסטע און פרעסטוזשפולסטער 'אקשען הויז' מיטן ארויסשטעלן גאר געלונגענע און אויסערגעווענליכע היסטארישע אוצרות צום פארקויפן מיט א שטארקן פארשטאנד, אנטיק זאמלער קוקן ארויס אויף די ליציטאציע און עס הערשט א שטארקע אינטערעס אין בעפארברייטונג צו די ליציטאציע וואס וועט ווערן אפגעהאלטן קומענדיגע דינסטאג פ' תשא י"ד אדר א' הבעל"ט.
אינ'ם בערפארשטייענדן אויספארקויף ווערן ארויסגעשטעלט זעלטענע הייליגע ספרים, יקרי ערך, און גאר טייערע כתבי ידות פון צדיקים וקדושים שבזכותם אנו חיים, עס שיינט אבער ארויס צווישן זיי א קליין פאסטקארטל געשיקט דורכן באליבטן צדיק פועל ישועות בקרב הארץ דער הייליגער רבי ישעי'לע ווי ער ווערט גערופן בלשון חיבה, מלא ברכות ה', דער ליבליכער צדיק שיקט א פאסטקארטל פאר א חסיד, מיט א אפגעדרוקטער נוסח ברכות פון צדיק וואס לויטעט ווי פאלגנד, "… ואני תפלה, השי"ת מאגע אייך זאמט וו' פאמיליע פאן באזען, שאדען, קראנקהייט אונד כל מיני מכשול ועלילות היעטען אייערע זאככען זאללען גינסטיג ערלעדיגט ווערדען אונד מיט געזונד פרנסה שפע ברכה והצלחה כל מיני ישועות ורפואות זאגנען בכלל כל ישראל'.
רבי ישעי'לע איז דאך אייגנארטיק מיט דעם וואס ווער שפירט זיך נישט היימיש אין קערעסטור?… רבי ישע'לע לכל איז דער שפריכווארט, יעדן איד וואס איז געקומען אין נויט האט דער הייליגער צדיק געהאלפן און מקרב געווען להשי"ת, דאס האלט נאך אן עד היום הזה, וואס מ'זעהט באשיינפערליך ווי אידן זענען אזוי אדוק ומקושר און פארן איינרייסן על קברו אין די אלפים ורבבות גלייבנדיג אין די גרויסע ברכות פון צדיק, רבי ישעי'לע ווי באקאנט האט געטיילט קמיעות לשמירה ולישועה, אלע זענען ארויס געהאלפן, יעצט איז א גאלדענע געלעגנהייט צו קענען האלטן אין שטוב א כתב יד גע'חתמ'ט פון הייליגן רבי ר' ישעי'לע זי"ע
דאס איז נאר איינס פון פילע טייערע הייליגע מאנוסקריפטן און אויטאגראפן פון קדושי עליון פריערדיגע צדיקים מדורות הקודמים, תלמידי בע"ש הקדוש זי"ע וואס 'גנזים' ליציטירט, צווישן אנדערע איז דא א הערליכער בריוו פון הייליגן שינאווער רב זי"ע און פון ר' שלום אליעזר'ל ראצפערטער, א כתב יד פון הגה"ק בעל עצי חיים מסיגוט, דער מנחת אלעזר, דער צדיק ואיש פלא משימאני.
מ'מישט 'גנזים'ס קאטאלאג ווייטער זעהט מען בריוו און כתבי יד גע'חתמ'ט פון אזעלכע גרויסע צדיקים ווי דער בית אהרן, ר' חיים קאסובער, דער שפת אמת, ר' אברהם יעקב מסאדיגורא און זיינע קינדער ממלא מקומו, ר' דוד'ל טאלנער, דער מראה יחזקאל, ר' מענדלע דעשער, וואס נאר דערמאנען די נעמען פאלט א פחד, און די ליסטע ציעט זיך ווייטער מיט צענדליגער רבנים וגאונים פון פולין וליטא.
ווען עס קומט צום ספרים אפטיילונג, ווערט פארקויפט דער ספה"ק תולדות יעקב יוסף וואס איז דער ערשטער חסיד'ישער ספר צו ווערן געדרוקט, און א עקסטערע חשיבות וואס דער הייליגער מחבר האט זעלבסט פארקויפט זיין ספרים, ווי אויך דער 'צפנת פענח' און 'כתונת פסים' פון בעל התולדות, רב ייבי דפוס סלאוויטא וואס איז אגב דער ערשטער חסיד'ישע ספר צו ווערן געדרוקט אין סלאוויטא, א ערשטע שלימות'דיגע תניא געדרוקט אין שקלאוו, ערשטע זעלטענע דרוקן פון פרי הארץ, ספה"ק אור החכמה המסוגל לישועה, און גאר א זעלטענער טייערער ערשטער דרוק פון שבחי הבעל שם טוב הקדוש דפוס קאפוסט, סיפורים נוראים פון בעל שם טוב דערציילט דורך תלמידיו הקדושים, דער ספר איז אויסטערליש זעלטן, און כמעט נישט בנמצא בעולם.
די ליציטאציע וועט פארקומען אין די הויפטקווארטירן פון 'גנזים' אין ירושלים, אבער מען וועט גלייכצייטיג קענען מיטהאלטן אויף זייער וועבזייטל Genazym.com און אזוי אויך דורך טעלעפאנישע פארבינדונג 072-257-2211 אדער דורך אימעיל office@genazym.com. 'גנזים' וועט צושטעלן א ברייטע שטאב וואס וועלן פערזענליך ארויסהעלפן יעדען קליענט.

ספרי היסוד של תורת החסידות בדפוסים הראשונים הם אינם ספרים שכיחים בארון הספרים הביתי, רבים מהם התבלו ונעלמו במשך השנים או נשמרו באוצרותיהם של אדמורי"ם וצדיקי החסידות.

הספרים יוצגו בבית טובי העיר בי"ד אדר א' בי"ם

בקטלוג החדש של בית המכירות 'גנזים' התרגשו לראות ספרי יסוד אלו בדפוסים ראשונים ובמצבים נהדרים, ראש וראשון הוא הספר הקדוש תולדות יעקב יוסף שנדפס לראשונה בקוריץ תק"מ והוא הספר החסידי הראשון שעלה על מכבש הדפוס, ספר זה הוא ספר היסוד לתורת הבעל שם טוב.

לצדו מוצגים ספריו הנוספים צפנת פענח וכתונת פסים וכן הספרים הקדושים פרי הארץ לרבינו מנחן מנדל מויטבסק, ספר רב ייבי שהוא הספר החסידי הראשון שנדפס בסלאוויטא, ספר שבחי בעל שם טוב וספרים נוספים  כולם כמובן דפוסים ראשונים.

בנוסף לזה אגרות קדש מגדולי צדיקי החסידות: הרה"ק בעל בית אהרן מקרלין, הרה"ק רבי חיים מקוסוב, הרה"ק רבי דוד מטולנא, מכתב בכתי"ק של הרה"ק בעל 'שפת אמת', הרה"ק רבי אברהם יעקב מסאדיגורא בנו הפחד יצחק מבאיאן, רבי ישראל מטשורטקוב ובניו הקדושים, מכתב מהרה"ק רבי יחזקאל משינאווא, בעל 'עצי חיים' מסיגט, וכתבי יד המסוגלים לשמירה והצלחה.

מכתבים מצדיקי הונגריה: הרה"ק רבי ישעיהל'ה קרעסטירער – גלוית ברכות מיוחדת חתומה בעצם כתב יד קדשו, מכתב ארוך מהצדיק הפלאי רבי שעפטיל ווייס – דער שימאני רב בעצם כתב יד קדשו, מכתבים מהגאון רבי שמואל רוזנברג אב"ד אונסדורף, הגאון משאמלוי ועוד  מכתבים ותשובות, כתבי סמיכה והמלצה  מגדולי גאוני וצדיקי הונגריה, פולין וגאליציה.

חידוש מרענן מצאנו בקטלוג אשר מופץ בכל חנויות הספרים המבחרות, לצד כמה וכמה מכתבים מוצגים גם חיבוריהם של הכותבים, לצד מכתב הרה"ק מקרלין ימצא המעונין את ספרו בית אהרן, לצד מכתב הרה"ק מטולנא את חיבורו מגן דוד ולצד מכתבו של הרה"ק בעל מראה יחזקאל את ספרו מנחם ציון.

תצוגת הפריטים תתקיים בימים יג-יד אדר א' (18-19/2) המכירה הגדולה תתקיים ביום יד אדר א (19/2) בבית טובי העיר מלכי ישראל 36 גאולה, ירושלים