"קומט'ס מיט מיט די ווערטער": האזינו לאמרי ה"פני מנחם" מגור זי"ע לאחר סליחות י"ג מידות

בפרוס שנת העשרים להסתלקותו של כ"ק האדמו"ר ה'פני מנחם' מגור זי"ע", מתפרסמת כאן הקלטה משיח קדשו לאחר סליחות י"ג מידות בשנת תשנ"ו, חודשים ספורים לפני הסתלקותו • קחו עימכם דברים

כתבות נוספות בנושא:

הרמב"ם היומי • ספר קרבנות הלכות תמורה פרק ד' • צפו
הפינה היומית: שתי דקות על כיבוד הורים עם הרב אהרן רוט • צפו
השיעור היומי: הרב דוד חבושה • צפו
הרמב"ם היומי • ספר קרבנות הלכות תמורה • צפו

שמעו ותחי נפשכם מן הדברים שנשמעו באמרי קדשו של כ"ק האדמו"ר ה'פני מנחם' מגור זי"ע, ביום ח' דעשי"ת, תשנ"ו, אחר סליחות בביהמ"ד דחסידי גור ברח' רלב"ח בירושלים.

יום כיפור דער גרעסטער טאג ביי יודען, שטייט אין די משנה לא היו ימים טובים לישראל כיום הכיפורים, חסידי'שע ספרים וואס איז ימים טובים, שטייט דאך ארויס תענו את נפשותיכם, נאָר יודען זוּכען נישט קיין גשמיות'דיגע זאכען, נישט קיין עסען און טרינקען, ס'איז מעין עולם הבא, בכל עת שטייט ווערט אָהן גערופען יום כיפור, ואל יבא בכל עת וגו' בזאת וגו', כולל אלע זמנים, טאטע ז"ל פרעגט שטייט אין די משנה לפני מי אתם מטהרים ומי מטהר אתכם, די לעצטע משנה אין יומא, אביכם שבשמים, שנאמר וזרקתי עליכם מים טהורים, רעדט זעך גאהר וועגען עתיד, זאגט עהר יום כיפור איז דאך כולל אלע זמנים, דעם גאנצען עָבַר און דעם גאנצען עתיד, אין בו אכילה ושתי', מעין עולם הבא, דארף מען וויסען אויס צוּ נוצען דעם טאג.

אַ מאהל איז געוועזען די עבודות פון כהן גדול, אובער שטייט אז יום כיפור איז כולל אלע זמנים, און שטייט בכלל ביי קרבנות בזמן שבית המקדש קיים, היינט איז דא ווי ס'שטייט אין די סליחות הן קדם במקדש בקום זריזים באשמֺרת, און היינט הייבּט מען זעך אויף צוּ סליחות און מ'זאגט ס'איז נישט דא קיין קרבן, זאגט מען תהי תודתי וגו' מנחתי דער וידוי, אובער מ'זאָל וויסען וואס קומט מען יום כיפור, דאווענען. היינטיגע סליחה, די הפטורה פון שבת תשובה קחו עמכם דברים ושובו אל ה', קחו עמכם דברים ושפה בְּשִׁלוּם פרים, אויפען אָרט פון די קרבנות, כהן גדול האט געמאכט צעהן טבילות און היינט איז דא צעהן וידויים, טאטע ז"ל זאגט קחו עמכם דברים קומט'ס מיט מיט די ווערטער, קחו עמכם נעמט'ס זעך מיט די ווערטער, אַ שטייגער ווי דער שפת אמת זאגט ברענגט עהר, והבל הביא גם הוא עהר האט זעך מיט געברענגט מיט'ן קרבן, שטייט אין ירושלמי סוף מעשר שני יוחנן כהן גדול האט מבטל געווען דעם וידוי ווייל מ'איז נישט היינט מקיים, וידוי מעשר, און וואס איז, ויתוודה, זאגט עהר דער ירושלמי, כעס הוא לפני המקום אומר דבר שאינו, ווי קען מען צוּ גיין זאגען דעם אייבערשטען צעהן מאהל, העוינו, ולא שוה לנו, פארשידענע נוסחאות, בשעת מ'האלט נישט אינגאנצען, מ'איז נישט חוזר בלב שלם, חאטש, מ'ווייסט זעכער, אז מ'האלט טאקע נישט דער ביי, ולא שוה לנו ס'איז גאָר נישט ווערט געווען די גאנצע חטא, הלואי וואלט עהר נישט געוועזען, וואס האב איך דא געטועהן, און אַ מ'האלט נישט דער ביי ווי קען מען דאס זאגען, און מ'איז מחויב צוּ זאגען, מ'האט געזאגט אז מ'עסט אַ האלבען כזית מצה פסח איז מען זעכער נישט יוצא, אז מ'טוהט תשובה ווייניגער פון עד שיודע תעלומות זאָל עדות זאגען אז מ'מיינט בלב שלם איז עס דאך נישט קיין תשובה, איז דאך אָפּגענארט אינגאנצען, דארף מען זעך נישט לאזען אָפּנארען ביי אַ זיין יום כיפור, יום כיפור איז מכפר, רבי האלט אפילו לשאינם שבים, אובער אגב שאני, אז מ'איז בועט אין יום כיפור אליין, און דאס איז דאך די עבודת יום הכיפורים אליין היינט.

כהן גדול האט מעורר געוועזען, שטייט אין חסידי'שע ספרים, די גמ' זאגט אז גביני כרוז איז געשטאנען אזוי ווייט, עהר האט געזאגט, און דער פרי מעורר געווען, עמדו כהנים לעבודתכם ולוים לדוכנכם וישראל למעמדכם, האט מען געהערט אַ פאהר פרסאות, כהן גדול משובח ממנו וכבר אמר אנא ה' ונשמע קולו ביריחו, שטייט אין חסידי'שע ספרים אז דאס איז דער התעוררות הרהורי תשובה וואס קומען אראָפּ וואס דער כהן גדול האט אריין געברענגט אזוי ווייט, וואס איז דען דער געשריי, ירושלים יריחו צעהן פרסאות, דאס איז די צעהן, צעהן מאמרות צעהן ספירות צעהן וידויים עשרת הדברות די עשרת ימי תשובה, יום כיפור איז דאך אלעס כולל, און פארקערט דער כהן גדול האט געוויסט אז דאס גאנצע נעמט זעך פון דעם, יו"ט הי' עושה לאוהביו זאגען אונדזערע רעבע'ס ז"ל וואס האט עהר געמאכט אַ יו"ט לאוהביו אז עהר איז ארויס געגאנגען פון די עבודה, ווייל עהר האט געוויסט אז צוליב זיי האט עהר געקענט טועהן, זיי האבען געמאכט די עובדא דאהרן, זיי האבען צוּ געהאלפען עהם, עהר איז געווען נאָר אַ שליח, ווי ס'שטייט אין די משנה מ'האט משביע געווען דעם כהן גדול אתה שלוחנו, און יקירי ירושלים האבען אַ גאנצע נאכט געדרייט זעך און געוועקט דעם כהן גדול אויכעט, אלע צוּזאמען, און דאס איז היינט אויך דא, מ'פאָרט אוועק צעהן טעג זאָל מען וויסען וואס מ'פאָרט אוועק, מיט וואס מ'קומט צוריק, שטייט אין ספרים, חסידישע ספרים, אז נישט בלויז דער כהן גדול, נישט בלויז ר' ישמעאל בן אלישע נאָר אפילו יעדערע כהן גדול, און אַ משהו איז דא אין יעדען יוד, קען עהר האבען פון די עבודה פון כהן גדול, דעריבער זאגט מען היינט וואס איז דעמאלט געווען, אַ הארה.

מפרישין כהן גדול, איז געוועזען איינער זאגט מסיני אזוי גרויס ווי קבלת התורה, דער אנדערע זאגט מילואים, ווייל יום כיפור איז כולל דעם בכל עת, ס'איז אַ העכערע צייט, פרעגט די גמ' למה מפרישין, למה מפרישין למר כדאית לי' ולמר כדאית לי', מביתו למה מפרישין, טאמער ס'וועט זעך טרעפען אַ ספק טומאה, וואס טייטש, אַ כהן גדול דארף דאך אוועק פארען, געוואלד און געשריגען עהר וועט זיין אין די שטוב, עהר דארף דאך גיין אין בית המקדש אריין, עהר דארף דאך אנטלויפען, מ'דארף וויסען אל תאמין בעצמך, ס'איז געווען גרויסע כהנים גדולים אויכעט, ס'איז געווען כהנים גדולים וואס זענען געווען ראוי, שמעון הצדיק, און מ'האט דאך געמאכט אַ תקנה פאר אלע, אז יעדער איינער מוז אוועק גיין, און אפילו עהר קען זיין אין די שטוב גיט, אפילו עהר קען זיין ווי עהר איז, ס'קען מכשיל זיין אַ משהו אַ מחשבה, דארף עהר זיין מיט ביידע פוּס אין בית המקדש, מ'האט געמאכט אַ לשכת פרהדרין, און דאס דארף מען זעך צוּ גרייטען פאר יום כיפור, וויסען ווי מ'האלט און ווי מ'איז, און אפילו איינער דארף זיין אין שטוב דארף עהר אויך וויסען אז יעצט איז יום כיפור'דיג, איך זאג עהנק איך מיין מיך אויכעט, אַ וודאי מיך, טאמער איך האב עהנק עפּעס מצער געווען, בין איך מפייס, און דער אייבערשטער זאָל העלפען מ'זאָל האבען אַ גמר חתימה טובה.

און דער ערב יום כיפור איז נישט קלענער ווי דער יום כיפור, מקובלים זאגען גאהר אז ס'איז מדת היסוד, אנדערע זאגען, ספרים זאגען אז דאס איז בין אדם לחבירו קעגען לא תענה פאַר לא תחמוד, דעריבער איז מען איינער דעם צווייטען מפייס ערב יום כיפור דווקא, מ'ווארט נישט אויף יום כיפור.

די אכילות פון ערב יום כיפור שטייט אין שפת אמת אז ס'איז מכפר אויף אלע אכילות פון אַ גאנץ יאהר, מ'דארף דאס וויסען, מ'דארף עסען לשם מצוה, נישט אויף עסען, און דער אייבערשטער זאָל העלפען אַ גמר חתימה טובה.

הכתבות המעניינות ביותר

רבבות במעמד סיום המחזור השני של 'הדף היומי בהלכה' של 'דרשו' בארנה • שידור חי
האדמו''ר מסקולען ירושלים במעונו של גאב"ד ירושלים
שמחת הנישואין לבן רב קהל חסידים טבריה ובת אב"ד מאקווא נתניה
המתווה שהוצג לגנץ: אביתר תמורת חומש; בימין תוקפים - "הסכמים יש לכבד"
דוכן העיתונים • כל שערי השבועונים על המסך שלכם
החל מחזור 23 לעידוד כתיבת חידו"ת שע"י ממלכת התורה 'וכתבתם'
מעמד 'כבוד חכמים ינחלו' לאברכי כולל להוראה ויז'ניץ עפולה
הפיצוץ בחתונה: מתקן קונפטי ששולבו בו זיקוקים הביא לפציעתם של הצעירים
המקובל רבי ציון בוארון ערך תפילת שובבי"ם בכולל "זוהר השלום" באשדוד
האדמו"ר מנדבורנה ירושלים במעמד פתיחת הכולל בבית מדרשו בבני ברק
שלג כבד מכסה שוב את החרמון; 20 ס"מ נוספו במפלס התחתון • צפו
עִנְבֵי הַגֶּפֶן בְּעִנְבֵי הַגֶּפֶן • שמחת התנאים לנכדת האדמו"ר מוואסלוי
המאמץ הדיפלומטי: מקרון נפגש תוך 36 שעות עם פוטין, זלנסקי ושולץ
רוסיה תפתח בתרגיל ענק בבלארוס; ארה"ב שולחת אלפי חיילים • צפו
דינר לטובת ישיבת באבוב בני ציון • גלריה
וַיְהִי בֹקֶר יוֹם חֲמִישִׁי • כותרות העיתונים – ט' באדר א' ה'תשפ"ב
גדולי תורה ורבני עולם התשובה באו לאחל מזל טוב בחתונת בת הרב יגאל כהן • גלריה
פריצת דרך בהפקת אנרגיה: כור גרעיני ניסיוני בבריטניה שבר שיאים

מה ברצונך לחפש?

נתקלתם בחדשה מרעישה? ידיעה מעניינת מוזמנים לספר לנו

Hide picture