הארצרייסנדער בריוו פון הרה"ק ר' שלום אליעזר'ל מראצפערט זי"ע הי"ד אין ברען פון מלחמה ארויסגעשטעלט פאר אויספארקויף

ירושלים. אין די יעצטיגע טעג ווערט געמאלדן א זעלטענע ליציטאציע וואס וועט פארקומען אין ירושלים דורך די בארימטע קאמפעני 'גנזים' וועלכער רופט ארויס ענטוזיאזם און נייגער פון אנטיק ליבהאבער און זאמלער איבער די וועלט צוליב די אייגנארטיגע כתבי יד און חפצים וואס שטייען צום פארקויף, 'גנזים' האט זיך אין א קורצע צייט ערווארבן א רעפוטאציע פון ארויסשטעלן גאר געלונגענע און אויסערגעווענליכע היסטארישע אוצרות צום פארקויפן, אנטיק זאמלער קוקן ארויס אויף די ליציטאציע און עס הערשט א שטארקע אינטערעס אין בעפארברייטונג צו די ליציטאציע וואס וועט ווערן אפגעהאלטן קומענדיגע מיטוואך פרשת צו, ה' ניסן.

כתבות נוספות בנושא:

הרמב"ם היומי • ספר קרבנות הלכות תמורה פרק ד' • צפו
הפינה היומית: שתי דקות על כיבוד הורים עם הרב אהרן רוט • צפו
השיעור היומי: הרב דוד חבושה • צפו
הרמב"ם היומי • ספר קרבנות הלכות תמורה • צפו

עס וועלן ווערן ארויסגעלייגט גאר היסטארישע און אינטרעסאנטע כתבי יד, פון די הייליגע צדיקים וקדושים די קינדער און אייניקלעך פון הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זצוק"ל, אונזערע רבי'ס וואס האבן פארשיינט גאנצעטע מדינות און אלפים ורבבות נתחממו לאורן הקדוש.

 

וואס שיינט ארויס, איז א היסטארישער און ווייטאגליכער בריוו וואס הרה"ק ר' שלום אליעזר מראצפערט זי"ע שרייבט בדם לבבו קיין ירושלים י"ט אדר ראשון שנת תש"ג, ווי ער פאראינטערעסירט זיך איבער דעם ביטערן מצב פון זיין הייליגן ברודער הרה"ק ר' ישעי'לע טשחויבער הי"ד און זיין הייליגן איידעם הרה"ק ר' בנציון דער קדושת ציון פון באבוב הי"ד, וואס האבן זיך דאן געפונען אונטער די הענט פון די דייטשן ימ"ש בתוך דבריו שרייבט ער, 'הנה שמעתי לאמור כי לקחו לשם את אחי הה"צ ר' ישעי' וחתני הה"צ מבאבאוו שיחי' ע"כ אבקשו לכתוב לי מיד תשובה אם אמת הדבר ואם עושים לזה השתדלות מי ומי ההולכים'.

באזונדערע אינטערעסע ציעט אויך נאך עטליכע בריוו געשריבן פון די צדיקים לבית צאנז, בראש פון זיין הייליגער און יונגסטער זון הרה"ק ר' ישעי'לע טשחויבער זי"ע הי"ד מקראקא, וועלכער בעט מ'זאל אים העלפן פארן קיין קארלסבאד לצרכי רפואה ווי דער דאקטער הייסט, און ער וואונטשט אן גאר ווארימע ברכות בזכות המצוה, 'וזכות המצוה יגן בעדו שיכתב ויחתם לשנה החדשה הבע"ל לחיים טובים ולשלום ואך טוב וחסד ישכון באהלו כל הימים', און א הייליגע בריוו פון הרה"ק איש מופת ר' שלום סטראפקובער א זון פון הייליגן שינאווער רב זי"ע, ווי ער זאגט צו גרויסע ישועות בזכות מצות צדקה, ווי באקאנט די גרויסע כחות זיינע אין ישועות וואס זיין גרויסער טאטע האט מעיד געווען דערויף, אונגארישע אידן האבן געהאט די זכי' זיך צו ווייקן אין זיין אור ביז הארט פארן לעצטן קריג.

 

עס וועלן אויך ליציטירט ווערן אנדערע ווערטפולע ארטיקלן ערשטע דרוקן פון חסידישע ספרים, ווי סידורו של שבת, אבער דער סאמע חשוב'סטער ספר פון ערשטע דרוק וואס ווערט ארויסגעשטעלט איז דער הייליגער און טייערסטער חסידישער ספר 'נועם אלימלך' פונ'ם הייליגן רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע, וואס גאר ווייניג דערפון איז בנמצא בכל העולם, און עס איז גענצליך איבעריג ארויסצוברענגען דאס געוואלדיגע חשיבות פון דעם זעלטן היסטארישער און הייליגער ספר, ווער ווייסט דען נישט וואספארא חביבות פריערדיגע צדיקים האבן ארויסגעוויזן צום ערשטן דרוק פון דעם נועם אלימלך און ווי שטארק מ'האט דאס געוואלט עררייכען פאר יעדן פרייז, און ווי מען האט זיך דערמיט באנוצט ביי שווערע פעלער אונטערצולייגן צוקאפנס פון חולים ל"ע וכדומה ווען מ'האט זיך גענוטיגט אין גרויסע ישועות, דער ספר איז געדרוקט געווארן אין יאר תקמ"ח דורך זיין הייליגן זון הרה"ק ר' אליעזר ליפא ווי דער טאטע האט אים באפוילן, געדרוקט אין דעם באקאנטן חשוב'ע דרוקעריי פון ר' שלמה יאריש ראפאפארט וואס גרויסע זאכן ווערט פארציילט אויף אים, אויף זיין דרוקעריי און זיינע ארבעטער.

 

אזוי אויך ווערן פארקויפט זעלטענע בריוון פון צדיקים וקדושי עליון זצוק"ל, א תשובה פון הגאון ר' אפרים זלמן מרגליות מבראד, בריוו פונ'ם גרויסן צדיק דער חפץ חיים און אנדערע גאוני ליטא, א חפץ פון הייליגן פועל ישועות דער ריבניצער רבי זי"ע, דאס איז בלויז א קליינע דוגמא פון צענדליגער ווערטפולע ספרים, בריוון, חפצים, וועלכע וועלן שטיין צום פארקויפן

WWW.GENAZYM.COM פֿאַר די גאנצע קאַטאַלאָג באַזוך

קאַטאַלאָג ביי אָדער אַ געדרוקט

Seforim World-4403 16th Ave, Brooklyn, NY 11204

Judaica Plaza-1700 Madison Ave Unit 11 Lakewood, NJ

Bais-Hasefer-75 Lee Ave. Williamsburg , Brooklyn.

Tuvia's Seforim Judaica -304 Route 59 Suffern, NY

Mesoiroh- 61-63 Oldhil street London N166LU

Chaims books- 13 st johns rd london nw110pe

 

די ליציטאציע וועט פארקומען אין די הויפטקווארטיר פון 'גנזים' אין ירושלים, אבער מען וועט גלייכצייטיג קענען מיטהאלטן אויף זייער וועבזייטל, און אזוי אויך דורך טעלעפאנישע פארבינדונג, 845-501-9990,  'גנזים' וועט צושטעלן א ברייטע שטאב וואס וועלן פערזענליך ארויסהעלפן יעדען קליענט.

 

הכתבות המעניינות ביותר

רבבות במעמד סיום המחזור השני של 'הדף היומי בהלכה' של 'דרשו' בארנה • שידור חי
האדמו''ר מסקולען ירושלים במעונו של גאב"ד ירושלים
שמחת הנישואין לבן רב קהל חסידים טבריה ובת אב"ד מאקווא נתניה
המתווה שהוצג לגנץ: אביתר תמורת חומש; בימין תוקפים - "הסכמים יש לכבד"
דוכן העיתונים • כל שערי השבועונים על המסך שלכם
החל מחזור 23 לעידוד כתיבת חידו"ת שע"י ממלכת התורה 'וכתבתם'
מעמד 'כבוד חכמים ינחלו' לאברכי כולל להוראה ויז'ניץ עפולה
הפיצוץ בחתונה: מתקן קונפטי ששולבו בו זיקוקים הביא לפציעתם של הצעירים
המקובל רבי ציון בוארון ערך תפילת שובבי"ם בכולל "זוהר השלום" באשדוד
האדמו"ר מנדבורנה ירושלים במעמד פתיחת הכולל בבית מדרשו בבני ברק
שלג כבד מכסה שוב את החרמון; 20 ס"מ נוספו במפלס התחתון • צפו
עִנְבֵי הַגֶּפֶן בְּעִנְבֵי הַגֶּפֶן • שמחת התנאים לנכדת האדמו"ר מוואסלוי
המאמץ הדיפלומטי: מקרון נפגש תוך 36 שעות עם פוטין, זלנסקי ושולץ
רוסיה תפתח בתרגיל ענק בבלארוס; ארה"ב שולחת אלפי חיילים • צפו
דינר לטובת ישיבת באבוב בני ציון • גלריה
וַיְהִי בֹקֶר יוֹם חֲמִישִׁי • כותרות העיתונים – ט' באדר א' ה'תשפ"ב
גדולי תורה ורבני עולם התשובה באו לאחל מזל טוב בחתונת בת הרב יגאל כהן • גלריה
פריצת דרך בהפקת אנרגיה: כור גרעיני ניסיוני בבריטניה שבר שיאים

מה ברצונך לחפש?

נתקלתם בחדשה מרעישה? ידיעה מעניינת מוזמנים לספר לנו

Hide picture