במנגינה של ריקוד הפינגוונים, מגישים חברי מקהלת זמירות ביצוע בשפת האידיש לפיוט "חד גדיא" המושר בקהילות רבות בסוף עריכת הסדר בלילה הראשון של חג הפסח. צפו בקליפ

אין געשעפט מיט גילדן צוויי
דער טאטע אין די ריי
קויפט א ציגעלע א ניי
חד גדיא

דער קאַץ קען נישט צוקוקן
דאס הונגער טוט אים דריקן
דעם ציג טוט אריין ריקן
חד גדיא

שנעל און געשוואונד
קומט דער גרויסער הונט
דעם קעצל ער אפשינדט
חד גדיא

נאך אינמיטן זיך באלעקן
קומט אן א גרויסער שטעקן
דעם הונט מיט קלעפ באדעקן
חד גדיא

דער הונט אוי ער בילט
א פייער וואקסט אויס ווילד
דעם שטעקן ער איינהילט
חד גדיא

וואסער קומט צו פליסן
דעם פייער טוט באגיסן
געמיינט מיט דעם עס שליסן
חד גדיא

הא, דער אקס אריין ער הינקט
גלייך דאס וואסער טרינקט
מיט דארשט אזוי ער שלינגט
חד גדיא

גרעסער ווערט דער מצב
מיט חאצקעלע דער קצב
דער אקס איז זיך מתחצף
חד גדיא

ווי צום חופה שפאצירן
דעם אקס שחיטה פירן
קיין חכמות נישט פראבירן
חד גדיא

קוים ער אפשעכט
פלוצלינג ווערט אים שלעכט
אלס ארום איז געדעכט
חד גדיא

אין א שווארצן ליילעך
ער זעהט פאר זיך דעם מלאך
ער ווערט ווייס ווי קאלעך
חד גדיא

דער מלאך טראכט נישט צוויי
ער טוט זיין דזשאב געטריי
מיט׳ן שוחט איז פארביי
חד גדיא

דער אייבישטער אליין
כביכול קומט צו גיין
ביים שטן בלייבט ער שטיין
חד גדיא

דעם קאפ אים אפגעשניטן
גענוג פון דיר געליטן
מיינע קינדער וועל איך היטן
חד גדיא

אין א גוטע שעה
זינגען חד גדיא
אין ירושלים
לשנה הבא